„ווערטער פֿון דער וואָך” ווערט בר־מיצווה!
“Verter fun der Vokh” Celebrates Its Bar-Mitzvah!
- דעם 28סטן סעפּטעמבער 2025
- online
-
online
„ווערטער פֿון דער וואָך” ווערט בר־מיצווה!
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיטן פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדיש־ליגע
גיטל שעכטער־װישװאַנאַט
זינט 2013 שטעלן מיר יעדע וואָך אַרויס „ווערטער פֿון דער וואָך” – די פּאָפּולערע סעריע טעמאַטישע ייִדישע ווערטער וואָס האָבן אַרײַנגעצויגן אָן אַ שיעור לייענער און סטודענטן אַרום דער וועלט. איבער די יאָרן האָט מען באַוויזן עטלעכע הונדערט רשימות אויף אַלע מינים טעמעס: פֿון יום־טובֿים און עסנוואַרג ביז פּאָליטיק, געזעלשאַפֿט און אַפֿילו קלאַנגען פֿון חיות.
אין דעם שמועס וועט די שרײַבערין און רעדאַקטאָרשע גיטל שעכטער־װישװאַנאַט אַנטפּלעקן די סודות פֿון דרײַצן יאָר אַרבעט, ווי די רשימות האָבן זיך אָנגעהויבן, וואָס פֿאַר אַ חידושים קומען יעדעס מאָל אַרויס, און וועלכע טעמעס רײַסן מיט דעם לייענער. זי וועט אויך דערציילן וועגן איר פּאָעזיע, איר ייִדישיסטישער אויפֿציִונג אויף דער „ביינברידזשיווקע” (אין די בראָנקס), און איר ריזיקער האָרעוואַניע בײַם אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך.
זונטיק, דעם 28סטן סעפּטעמבער 2025/ו׳ תּשרי תּשפּ״ו
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
- דעם 28סטן סעפּטעמבער 2025
- online