ייִדיש און דײַטש: אַלטע קרובֿים, נײַע שכנים?
Yiddish and German: Old Relatives, New Neighbors?
- דעם 31סטן מײַ 2026
- online
-
online
ייִדיש און דײַטש: אַלטע קרובֿים, נײַע שכנים?
במשך הונדערטער יאָרן איז מיזרח־אייראָפּע געווען דער צענטער פֿון ייִדיש־לעבן. הײַנט, נאָך דעם חורבן, האָט זיך די מאַפּע אַריבערגערוקט: אַחוץ ענגלאַנד, קלינגט ייִדיש הײַנט בעיקר אין מערבֿ־ און מיטל־אייראָפּע, דווקא אין לענדער וווּ דײַטש איז אַן אָפֿיציעלע שפּראַך – אין אַנטווערפּן, בערלין, ווין, ווײַמאַר, ציריך און אַנדערע ערטער.
אין דעם פּאַנעל, אָנגעפֿירט דורך אלי בענעדיקט, וועלן מיר באַטראַכטן די נײַע מאַפּע צוזאַמען מיט די געסט: איידל מלוביצקי, אסתּר סענדרוי, מענדי קאַהן, אַנדרעאַס שמיטגעס און דזשייק שנײַדער. דורך לעבעדיקע בײַשפּילן פֿון דער הײַנטיקער ייִדיש־וועלט – פֿון קהילות און קורסן ביז פֿעסטיוואַלן, אוניווערסיטעטן, יונגע ייִדיש־קרײַזן, גאַסנשילדן און באַמיִונגען לטובֿת אָפֿיציעלער אָנערקענונג – וועלן מיר פֿרעגן: וואָס קען דאָס נײַע באַגעגעניש צווישן ייִדיש און דײַטש באַטײַטן פֿאַר דער שפּראַך און קולטור? וואָס מיינט דאָס פֿאַר אונדז, און פֿאַרן צוגאַנג ווי מיר באַהאַנדלען הײַנט די חורבן־פֿראַגע? דאַרפֿן די מדינות געבן ייִדיש מער אָנערקענונג און שטיץ? און קען די אימיגראַציע פֿון ישׂראל קיין מערבֿ־ און מיטל־אייראָפּע האָבן אַ השפּעה אויף ייִדיש אין די קומעדיקע יאָרן?
זונטיק, דעם 31סטן מײַ 2026/ט״ו סיון תּשפּ״ו
מערבֿ־ברעג: 8:30 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 11:30 אין דער פֿרי
לאָנדאָן: 16:30
פּאַריז: 17:30
ישׂראל: 18:30
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
- דעם 31סטן מײַ 2026
- online