ייִדיש אין די הייכן
Yiddish in the Heights
- דעם 20סטן נאָוועמבער 2022
- in-person
-
in-person
:ייִדיש אין די הייכן
אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אין נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
אַ קאָנפֿערענץ צום 15טן יאָרצײַט פֿון ד״ר מרדכי שעכטער
אָפּגעהאַלטן אויף די קאַמפּוסן פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר (ניו־יאָרק)
דעם 21-20סטן נאָוועמבער 2022
זונטיק, דעם 20סטן: 03:1 נאָך מיטאָג – 03:7 אין אָוונט, אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר
3080 Broadway, New York, NY, 10027
מאָנטיק, דעם 21סטן: 03:8 אין דער פֿרי – 03:6 אין אָוונט, אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט
Deutsches Haus, 420 West 116th Street (between Amsterdam Avenue and Morningside Drive), New York, NY 10027
סע וועט רעקאָרדירט ווערן און זײַן צום זען נאָכן סוף.
הויפּטרעדנערס:
פּראָפֿ׳ דוד־הירש ראָסקעס און פּראָפֿ׳ חנה נאָריך
אין דער נאָכמלחמהדיקער תּקופֿה האָבן ייִדישע אימיגראַנטן קיין אַמעריקע אַרײַנגעבלאָזן אַ פֿרישן אָטעם אין דער ניו־יאָרקער ייִדיש־שפּראַכיקער וועלט, און ייִדיש האָט דערגרייכט נײַע הייכן אין דער אַקאַדעמישער ספֿערע, בפֿרט אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר. אַ הויפּטפֿיגור אין די פּראָגראַמען איז געווען ד״ר מרדכי שעכטער, אַליין אַן אימיגראַנט, וואָס איז געשטאַנען בראָש פֿון אַ נײַער כוואַליע ייִדיש־אַקטיוויזם. די קאָנפֿערענץ וועט אָפּגעבן כּבֿוד ד״ר שעכטערן דורכן אַנאַליזירן סײַ זײַן עזבֿון בײַ די צוויי אינסטיטוציעס אינעם ניו־יאָרקער געגנט מאָרנינגסײַד־הײַטס מיט וועלעכע ער איז געווען אַפֿיליִיִרט, סײַ דאָס אָרט פֿון ייִדיש־לשון אין דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע – דעם עבֿר, דעם איצטיקן מצבֿ פֿונעם פֿעלד, און דעם עתיד – אויפֿן פֿאָן פֿונעם גרעסערן ייִדיש־אַמעריקאַנישן קאָנטעקסט.
זונטיק: פּאַנעלן וועגן דער ייִדיש־שפּראַכיקער אַמעריקע נאָכן חורבן; זכרונות וועגן ד״ר מרדכי שעכטער; הויפּטרעדנערס.
מאָנטיק: פּאַנעלן וועגן ייִדיש־לינגוויסטיק, ־פּעדאַגאָגיק, און ־אַרכיוון; קאָנפֿערענץ שליסט זיך מיט אַ קורצן קאָנצערט פֿון דער זינגערין/פֿידלערין עלעאָנאָר ביעזונסקי.
די קאָנפֿערענץ ווערט מיטגעשטיצט דורך דער ייִדיש־ליגע, דעם אינסטיטוט פֿאַר ישׂראל און ייִדישע לימודים בײַם קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר.
- דעם 20סטן נאָוועמבער 2022
- in-person