< Doors – League For Yiddish

Doors

close the door: פֿאַרמאַ֜כן ‘צו֜מאַכן’ די טיר

[FARMÁKhN <TSÚMAKhN> DI TIR]

door: די טיר, ־ן

[DI TIR, -N]

doorbell: דאָס (טי֜ר)גלעקל, ־עך

[DOS (TÍR)GLEKL, -EKh]

doorframe: די פֿוטרי֜נע, ־ס; דער קװאַטי֜ר, ־ן; דער אושאַ֜ק, ־עס

[DI FUTRÍNE, -S; DER KVATÍR, -N; DER UShÁK, -ES]

door handle: דאָס טי֜רהענטל, ־עך; די קליאַ֜מקע, ־ס

[DOS TÍRHENTL, -EKh; DI KLYÁMKE, -S]

doorjamb: דאָס בײַ֜שטידל, ־עך; דער אושאַ֜ק, ־עס

[DOS BÁYShTIDL, -EKh; DER UShÁK, -ES]

doorknob: די קליאַ֜מקע, ־ס

[DI KLYÁMKE, -S]

doorknocker: דאָס טי֜רקלעפּל, ־עך; דאָס טי֜ר־קלע֜פּערל, ־עך

[DOS TÍRKLEPL, -EKh; DOS TÍR-KLÉPERL, -EKh]

doorman: דער שװײצאַ֜ר, ־ן; דער טי֜רהיטער, ־ס; דער פּאָרטיע֜, ־ען; דער טױ֜ער־הי֜טער’־װע֜כטער’, ־ס

[DER ShVEYTSÁR, -N; DER TÍRHITER, -S; DER PORTYÉ, -EN; DER TÓYER-HÍTER<-VÉKhTER>, -S]

knock on the door: געבן ‘טאָן’ אַ קלאַפּ אין טיר

[GEBN <TON> A KLAP IN TIR]

hinge: די זאַװי֜סע ‘זאַ֜װיסע’, ־ס; דער שאַרני֜ר, ־ן

[DI ZAVÍSE <ZÁVISE>, -S; DER ShARNÍR, -N]

lock (n.): דער שלאָס, שלע֜סער

[DER ShLOS, ShLÉSER]

lock the door: פֿאַרשלי֜סן די טיר

[FARShLÍSN DI TIR]

sash: די הײ֜ברעם, ־ען

[DI HÉYBREM, -EN]

slam the door: אַ קלאַפּ ‘זעץ/טראַ֜כקע’ טאָן מיט דער טיר

[A KLAP <ZETS/TRÁKhKE> TON MIT DER TIR]

transom: דער לו֜פֿטשיק, ־עס

[DER LÚFTShIK, -ES]

Like our page on Facebook and follow us on Twitter @yidishlige!
Placeholder

נאָך אַ סך מער ווערטער צום געפֿינען אינעם אַרומנעמיקן ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך