|
Morning Routine
וואָס טוסטו ווען דו וועקסט זיך אויף אין דער פֿרי? נו, לאָמיר האָפֿן אַז דו וועקסט זיך נישט אויף אויף דער לינקער זײַט און ביסט אין אַ גאַנץ גוטער שטימונג. ווי ס׳רובֿ לײַט, לעשסטו מסתּמא אויס דעם וועקזייגער, שטייסט אויף, שפּריצט זיך אָפּ (אויב דו האָסט צײַט אויף דעם), פּוצסט זיך די ציין און בערשסט זיך די האָר, ציסט זיך אַ ביסל אויס די מוסקלען, עסט אָפּ פֿרישטיק צי דו טרינקסט אויס אַ טעפּעלע קאַווע, פּאַקסט זיך אײַן אַ שניטקע, קוקסט איבער די בליצפּאָסט, און צום סוף – הײַדאַ! – אַוועק צו דער אַרבעט צי קלאַס צי וווּהין נאָר דער טאָג פֿירט דיך.
[VOS TÚSTU VEN DU VEKST ZIKh UF IN DER FRI? NU, LÓMIR HOFN AZ DU VEKST ZIKh NIShT UF AF DER LÍNKER ZAYT UN BIST IN A GANTS GÚTER ShTÍMUNG. VI S’ROV LAYT, LÉShSTU MISTÁME OYS DEM VÉKZEYGER, ShTEYST UF, ShPRITST ZIKh OP (OYB DU HOST TSAYT AF DEM), PUTST ZIKh DI TSEYN UN BERShST ZIKh DI HOR, TSIST ZIKh A BISL OYS DI MÚSKLEN, EST OP FRÍShTIK TSI DU TRINKST OYS A TÉPELE KÁVE, PAKST ZIKh AYN A ShNÍTKE, KUKST ÍBER DI BLÍTSPOST, UN TSUM SOF – HÁYDA! – AVÉK TSU DER ÁRBET TSI KLAS TSI VUHÍN NOR DER TOG FIRT DIKh.]
What do you do when you wake up in the morning? Well, hopefully, you don’t get up on the wrong side of the bed and are in a relatively good mood. If you’re like most people, you probably turn off the alarm, get up, take a shower (if you have time), brush your teeth and hair, do some stretches, have breakfast or a cup of coffee, pack a sandwich, check your email and finally – off you go! – to work or class or wherever your day takes you.
brush your teeth: פּוצן זיך די צײן
[PUTSN ZIKh DI TSEYN]
brush your hair: בערשטן ‹באַרשטן› זיך די האָר
[BERShTN ‹BARShTN› ZIKh DI HOR]
check emails: איבערקוקן די בליצפּאָסט
[ÍBERKUKN DI BLÍTSPOST]
exercise (v.): מאַכן געניטונגען
[MAKhN GENÍTUNGEN]
feed the pets: אָנ)פֿיטערן די שטוב־חיות)
[(ÓN)FÍTERN DI ShTÚB-KhÁYES]
get dressed: אָנטאָן זיך
[ÓNTON ZIKh]
get out of bed/get up: אויפֿשטיין
[ÚFShTEYN]
get up on the wrong side of the bed: אױפֿשטײן אױף דער לינקער זײַט
[ÚFShTEYN AF DER LÍNKER ZAYT]
have/drink a cup of coffee/tea (imp./pf.): ‹אויס)טרינקען אַ טעפּעלע קאַווע ‹טיי)
[(ÓYS)TRÍNKEN A TÉPELE KÁVE ‹TEY›]
have/eat breakfast (imp./pf.): אָפּ)עסן פֿרישטיק)
[(ÓP)ESN FRÍShTIK]
hit the snooze button: אַ קוועטש טאָן דאָס דרימל־‹דרעמל־›קנעפּל
[A KVETSh TON DOS DRÍML-‹DRÉML-›KNEPL]
listen to music: צוהערן זיך צו מוזיק
[TSÚHERN ZIKh TSU MUZÍK]
listen to the news: צוהערן זיך צו די נײַעס
[TSÚHERN ZIKh TSU DI NÁYES]
make breakfast: צוגרייטן פֿרישטיק
[TSÚGREYTN FRÍShTIK]
meditate: מעדיטירן
[MEDITÍRN]
morning routine: דער פֿרימאָרגן־רוטין, ־ען
[DER FRIMÓRGN-RUTÍN, -EN]
oversleep: פֿאַרשלאָפֿן זיך
[FARShLÓFN ZIKh]
pack a sandwich: אײַנפּאַקן זיך אַ שניטקע
[ÁYNPAKN ZIKh A ShNÍTKE]
do stretches: אויסציִען זיך די מוסקלען
[ÓYSTSIEN ZIKh DI MÚSKLEN]
take a shower: אָפּשפּריצן זיך; מאַכן זיך ‹כאַפּן› אַ שפּריץ; אָפּטושן זיך
[ÓPShPRITSN ZIKh; MAKhN ZIKh ‹KhAPN› A ShPRITS; ÓPTUShN ZIKh]
turn off the alarm: אויסלעשן דעם וועקזייגער ‹וועקער›
[ÓYSLEShN DEM VÉKZEYGER ‹VÉKER›]
wake up: אויפֿוועקן זיך
[ÚFVEKN ZIKh]
wash your face (imp./pf.): אָפּ)וואַשן זיך דאָס פּנים)
[(ÓP)VAShN ZIKh DOS PÓNEM]
|