|
Piano / די פּיאַנע
Honoring World Piano Day (March 29)
לכּבֿוד דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון דער פּיאַנע (דעם 29סטן מאַרץ)
וואָס עפּעס האָט מען באַשטימט דעם 29סטן מאַרץ (דעם 28סטן אין אַן עיבור־יאָר) ווי דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון דער פּיאַנע? נו, דערפֿאַר וואָס אַ פּיאַנע האָט 88 קלאַווישן אויף דער קלאַוויאַטור, פּראַוועט מען עס דעם 88סטן טאָג פֿון יאָר! זייער אַ שאַפֿערישער אײַנפֿאַל און דערצו נאָך אַ גאָלדענע געלעגנהייט זיך אויסצולערנען טערמינען אין שײַכות מיט דער פּיאַנע. צי איר זענט אַן ערנצטער פּיאַניסט צי איר האָט פּשוט הנאה צו זיצן אויף אַ פּיאַנע־בענקל און זיך אַרומשפּילן אויף די קלאַווישן פֿון העלפֿאַנדביין און ניצן די פּעדאַלן – מעגט איר זיך שוין אין איין וועגס אויסלערנען די טערמינען אויף ייִדיש!
[VOS ÉPES HOT MEN BAShTÍMT DEM NAYN UN TSVÁNTSIKSTN MARTS (DEM AKhT UN TSVÁNTSIKSTN IN AN ÍBER-YOR) VI DEM INTERNATSYONÁLN TOG FUN DER PYÁNE? NU, DERFÁR VOS A PYÁNE HOT AKhT UN ÁKhTSIK KLAVÍShN AF DER KLAVYATÚR, PRÁVET MEN ES DEM AKhT UN ÁKhTSIKSTN TOG FUN YOR! ZÉYER A ShÁFERIShER ÁYNFAL UN DERTSÚ NOKh A GÓLDENE GELÉGNHEYT ZIKh ÓYSTSULERNEN VERTER IN ShÁYKhES MIT DER PYÁNE. TSI IR ZENT AN ÉRNTSTER PYANÍST TSI IR HOT PÓShET HANÓE TSU ZITSN AF A PYÁNE-BENKL UN ZIKh ARÚMShPILN AF DI KLAVÍShN FUN HÉLFANDBEYN UN NITSN DI PEDÁLN – MEGT IR ZIKh ShOYN IN EYN VEGS ÓYSLERNEN DI TERMÍNEN AF YÍDISh!]
Why on earth was March 29th (March 28th in a leap year) designated as World Piano Day? Well, because a piano has 88 keys on the keyboard, we celebrate it on the 88th day of the year! A very creative idea and a great opportunity as well to learn words related to the piano. Whether you’re a serious pianist or you just enjoy sitting on a piano bench and fooling around with the ivory keys and using the pedals – you might as well learn those terms in Yiddish at the same time!
baby grand: דער קלײנער ראָיאַל, ־ן
[DER KLÉYNER ROYÁL, -N]
black key: דער שוואַרצער קלאַוויש, ־ן
[DER ShVÁRTSER KLAVÍSh, -N]
chord: דער אַקאָרד, ־ן
[DER AKÓRD, -N]
grand piano: דער פֿאָרטעפּיאַן, ־ען; דער ראָיאַל, ־ן
[DER FORTEPYÁN, -EN; DER ROYÁL, -N]
ivory: דער העלפֿאַנדבײן
[DER HÉLFANDBEYN]
key (musical scale): דער שליסל, –/־ען
[DER ShLISL, –/EN]
key (on the piano): דער קלאַװיש, ־ן; דער שליסל, –/־ען
[DER KLAVÍSh, -N; DER ShLISL, –/EN]
keyboard: די קלאַװיאַטור, ־ן; דאָס געשליסל, ־ען
[DI KLAVYATÚR, -N; DOS GEShLÍSL, -EN]
major scale: די מאַזשאָר־גאַמע, ־ס
[DI MAZhÓR-GÁME, -S]
minor scale: די מינאָר־גאַמע
[DI MINÓR-GÁME]
note (n./mus.): דער טאָן, טענער; די נאָטע, נאָטן
[DER TON, TÉNER; DI NÓTE, NOTN]
pedal: דער פּעדאַל, ־ן
[DER PEDÁL, -N]
pianist (f.): די פּיאַניסטקע, ־ס; די פּיאַנע־שפּילערין, ־ס
[DI PYANÍSTKE, -S; DI PYÁNE-ShPÍLERIN, -S]
pianist (m./unsp.): דער פּיאַניסט, ־ן; דער פּיאַנע־שפּילער, ־ס
[DER PYANÍST, -N; DER PYÁNE-ShPÍLER, -S]
piano: די פּיאַנע, ־ס
[DI PYÁNE, -S]
piano bench: דאָס פּיאַנע־בענקל, ־עך
[DOS PYÁNE-BENKL, -EKh]
piano tuner: דער אָנשטימער, ־ס
[DER ÓNShTIMER, -S]
play the piano: שפּילן (אױף דער) פּיאַנע
[ShPILN (AF DER) PYÁNE]
rhythm: דער ריטעם, ־ס/ריטמען
[DER RÍTEM, -S/RÍTMEN]
soft pedal: דער דעמפּער, ־ס; דער לינקער פּעדאַל, ־ן
[DER DÉMPER, -S; DER LÍNKER PEDÁL, -N]
sustain pedal: דער רעכטער פּעדאַל, ־ן; דער פֿאָרטע־פּעדאַל, ־ן
[DER RÉKhTER PEDÁL, -N; DER FÓRTE-PEDÁL, -N]
tune the piano : אָנשטימען ‹אָנסטרױען/אָנשטעלן› די פּיאַנע
[ÓNShTIMEN ‹ÓNSTROYEN/ÓNShTELN› DI PYÁNE]
upright piano: די פּיאַנינע, ־ס; דער קלאַװיר, ־ן
[DI PYANÍNE, -S; DER KLAVÍR, -N]
white key: דער ווײַסער קלאַוויש, ־ן
[DER VÁYSER KLAVÍSh, -N]
|