|
Teach vs. Learn vs. Study
1. teach = לערנען (+ אַק׳) (+ מיט); זײַן אַ לערער פֿון
ד״ר אײַנשטיין איז אַ לערער פֿון מאַטעמאַטיק און האָט (מיט) אונדז געלערנט געאָמעטריע.
[DÓKTER ÁYNShTEYN IZ A LÉRER FUN MATEMÁTIK UN HOT (MIT) UNDZ GELÉRNT GEOMÉTRYE.]
Dr. Einstein teaches mathematics and taught us geometry.
2. teach (tutor) = קנעלן (מיט)
דער מלמד האָט מיט מיר געקנעלט סײַ גריכיש סײַ לאַטײַניש.
[DER MELÁMED HOT MIT MIR GEKNÉLT SAY GRÍKhISh SAY LATÁYNISh.]
My tutor taught me both Greek and Latin.
3a. learn/study, imp. (knowledge or a skill) = לערנען זיך
מענדל האָט זיך געלערנט ייִדיש אין אוניווערסיטעט.
[MENDL HOT ZIKh GELÉRNT YIDISh IN UNIVERSITÉT.]
Mendl studied Yiddish in college.
3b. learn, pf. (= master knowledge or a skill) = אויסלערנען זיך
מענדל האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש אין אוניווערסיטעט.
[MENDL HOT ZIKh ÓYSGELERNT YIDISh IN UNIVERSITÉT.]
Mendl learned Yiddish in college.
4. learn (find out) = דערװיסן זיך; געװױ(ע)ר װערן; אױסגעפֿינען; הערן
נעכע האָט זיך נעכטן דערוווּסט ‹איז נעכטן געווויער געוואָרן/האָט נעכטן אויסגעפֿונען/האָט נעכטן געהערט› די טרויעריקע בשׂורה.
[NÉKhE HOT ZIKh NEKhTN DERVÚST ‹IZ NEKhTN GEVÓYER GEVÓRN/HOT NEKhTN ÓYSGEFUNEN/HOT NEKhTN GEHÉRT› DI TRÓYERIKE PSÚRE.]
Nekhe learned the bad news yesterday.
5. learn one’s lesson = אָפּלערנען זיך (אַ משל)
נאָך דער אויטאָ־סיבה האָט שײַקע זיך אָפּגעלערנט אַ משל און קוקט מער נישט אויף דער צעלקע בשעת ער שאָפֿירט.
[NOKh DER ÓYTO-SÍBE HOT ShÁYKE ZIKh ÓPGELERNT A MOShL UN KUKT MER NIShT AF DER TSÉLKE BEShÁS ER ShOFÍRT.]
Shayke learned his lesson after the car accident and no longer looks at his cellphone while driving.
6. study for an exam = גרײטן ‹לערנען› זיך אױף ‹צו› אַן עקזאַמען; אײַנחזרן די לעקציעס אױף ‹צו› אַן עקזאַמען
לאה איז אַ גאַנצע נאַכט געבליבן אויף כּדי זיך צו גרייטן ‹כּדי אײַנצוחזרן די לעקציעס› צו איר פֿיזיק־עקזאַמען.
[LÉYE IZ A GÁNTSE NAKhT GEBLÍBN UF KEDÉY ZIKh TSU GREYTN ‹KEDÉY ÁYNTSUKhAZERN DI LÉKTSYES› TSU IR FIZÍK–EKZÁMEN.]
Leye stayed up all night to study for her physics exam.
7. study for/study to be (a profession) = לערנען (זיך) אױף
לייבל האָט זיך געלערנט אויף קראַנקן־ברודער און ערשט נאָך דעם זיך געלערנט אויף דאָקטער.
[LEYBL HOT ZIKh GELÉRNT AF KRÁNKN-BRÚDER UN ERShT NOKh DEM ZIKh GELÉRNT AF DÓKTER.]
Leybl studied to be a nurse and only then [= only after that] did he study to be a doctor.
8. study (investigate) = פֿאָרשן; שטודירן
מײַן שוועסטערקינד ריסע פֿאָרשט ‹שטודירט› עקספּערימענטאַלע מעדיקאַמענטן וואָס קערן ווירקן קעגן איי־על־עס.
[MAYN ShVESTERKÍND RÍSE FORShT ‹ShTUDÍRT› EKSPERIMENTÁLE MEDIKAMÉNTN VOS KERN VIRKN KEGN EY-EL-ES.]
My cousin Risa studies experimental medications that could potentially treat ALS.
9. study (J. religious texts) = לערנען
דוד לערנט גמרא יעדן מיטוואָך מיטן טאַטן.
[DÓVID LERNT GEMÓRE YEDN MÍTVOKh MITN TATN.]
Dovid studies Gemora with his father every Wednesday.
|