|
World Diabetes Day / דער אינטערנאַציאָנאַלער טאָג פֿון צוקערקרענק
דער 14טער נאָוועמבער איז דער אינטערנאַציאָנאַלער טאָג פֿון צוקערקרענק, אַ כראָנישע קרענק וואָס מאַכט זיך ווען דער גוף קען נישט פּראָדוצירן אָדער גוט באַניצן אינסולין, דעם האָרמאָן וואָס רעגולירט דעם בלוטצוקער.
ווי אַזוי קען מען זיך פֿאַרהיטן פֿון צוקערקרענק?
1.
עלימינירן צוקער און ראַפֿינירטע קאַרבאָהידראַטן.
2.
מאַכן רעגולער געניטונגען און בכלל זײַן מער פֿיזיש אַקטיוו.
3.
אײַנפֿירן וואַסער ווי דאָס הויפּטגעטראַנק.
4.
האַלטן זיך בײַ אַ געזונטער וואָג.
5.
נישט האַלטן זיך מיט מאָדישע דיעטעס, נאָר גיכער אויסקלײַבן געזינטערע ברירות (געוויקסן־שפּײַז, מאָגערע פֿליישן, פֿרוכט, גרינסן, ניס אאַז״וו).
6.
אויפֿהערן רייכערן.
7.
אײַננעמען געזונטע פֿעטס (למשל, אומגעזעטיקטע פֿעטס).
8.
עסן אַ דיעטע מיט אַ סך פֿיברע.
* * * *
[DER FÉRTSETER NOVÉMBER IZ DER INTERNATSYONÁLER TOG FUN TSÚKERKRENK, A KhRÓNIShE KRENK VOS MAKhT ZIKh VEN DER GUF KEN NIShT PRODUTSÍRN ÓDER GUT BANÍTSN INSULÍN, DEM HORMÓN VOS REGULÍRT DEM BLÚTTSUKER. VI AZÓY KEN MEN ZIKh FARHÍTN FUN TSÚKERKRENK?
1. ELIMINÍRN TSÚKER UN RAFINÍRTE KARBOHIDRÁTN.
2. MAKhN REGULÉR GENÍTUNGEN UN BIKhLÁL ZAYN MER FÍZISh AKTÍV.
3. ÁYNFIRN VÁSER VI DOS HÓYPTGETRANK.
4. HALTN ZIKh BA A GEZÚNTER VOG.
5. NIShT HALTN ZIKh MIT MÓDIShE DYÉTES, NOR GÍKhER ÓYSKLAYBN GEZÍNTERE BRÉYRES (GEVÍKSN-ShPAYZ, MÓGERE FLEYShN, FRUKhT, GRINSN, NIS UN AZOY VÁYTER).
6. ÚFHERN RÉYKhERN.
7. ÁYNNEMEN GEZÚNTE FETS (LEMÓShL, ÚMGEZÉTIKTE FETS).
8. ESN A DYÉTE MIT A SAKh FÍBRE.]
* * * *
November 14th is World Diabetes Day. Diabetes is a chronic disease that develops when the body can’t produce or utilize insulin, the hormone that regulates blood sugar. How can you prevent diabetes?
1. Eliminate sugar and refined carbs.
2. Exercise regularly and generally be more physically active.
3. Drink water as your main drink.
4. Maintain a healthy weight.
5. Avoid fad diets, but rather make healthier choices (plant foods, lean meats, fruit, veggies, nuts, etc.)
6. Stop smoking.
7. Consume healthy fats (e.g. unsaturated fats).
8. Eat a high-fiber diet.
* * * *
blood sugar: דער בלוטצוקער
[DER BLÚTTSUKER]
carbohydrates/carbs: דער קאַרבאָהידראַט, ־ן
[DER KARBOHIDRÁT, -N]
change one’s lifestyle: ‹בײַטן דעם לעבנסטיל ‹שטײגער לעבן
[BAYTN DEM LÉBNSTIL ‹ShTÉYGER LEBN›]
diabetes: די צוקערקרענק; דער צוקער; דער דיאַבעט
[DI TSÚKERKRENK; DER TSÚKER; DER DYABÉT]
diet: די דיעטע, ־ס
[DI DYÉTE, -S]
eat healthy: עסן געזונט
[ESN GEZÚNT]
fiber: די פֿיברע
[DI FÍBRE]
hyperglycemia: די היפּערגליקעמיע; דער הױכער בלוטצוקער
[DI HIPERGLIKÉMYE; DER HÓYKhER BLÚTTSUKER]
hypoglycemia: די היפּאָגליקעמיע; דער נידעריקער בלוטצוקער
[DI HIPOGLIKÉMYE; DER NÍDERIKER BLÚTTSUKER]
insulin: דער אינסולין
[DER INSULÍN]
lean meat: דאָס מאָגערע פֿלייש, ־ן
[DOS MÓGERE FLEYSh, -N]
legumes: קיטניות; שױטנדיקע געװיקסן
[KÍTNIES; ShÓYTNDIKE GEVÍKSN]
plant foods: די געװיקסן־שפּײַז
[DI GEVÍKSN-ShPAYZ]
refined: ראַפֿינירט
[RAFINÍRT]
unsaturated fat: דאָס אומגעזעטיקטע פֿעטס
[DOS ÚMGEZÉTIKTE FETS]
|