אַ ווינקל גאַנצקייט: לידער און צײכענונגען

בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן, 2012


די זאַמלונג אַ ווינקל גאַנצקייט איז כּולל איבער 100 זײַטן מיט לידער און איבער 38 צייכענונגען פֿון דער באַקאַנטער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן.

אויב
אױב עמעצער האָט געניצט מײַן װאָרט
געלײענט עס און געניצט װי דאָרט
זאָל עס אים װױל באַקומען.
אױב װער ס’האָט געהערט מײַן װאָרט
און נאָכגערעדט װי ס’מאָנט זיך דאָרט
װעט עס אים צו ניץ קומען.
נאָר טאָמער מ’האָט געלײענט
צי געהערט מײַן װאָרט
און געניצט אױפֿן פֿאַלשן אָרט
מיט אַ כיטרען צי מיט פֿאַלשן מײן
זאָג איך: נײן!


וועגן דער אויסגאַבע

אַ ווינקל גאַנצקייט: לידער און צייכענונגען.
Beyle Schaechter-Gottesman, A vinkl gantskeyt/A Solid Spot: Yiddish Poems and Drawings (New York: League for Yiddish/CYCO Publishing, 2012), 152 pages, ISBN 978-0-9853351-0-6.


נאָך ביכער