טראָגן, האָבן און פֿריִיִקע קינדער־יאָרן: אַן ענגליש־ייִדיש װערטערביכל
מרדכי שעכטער, 1991
טראָגן, האָבן און פֿריִיִקע קינדער־יאָרן: אַן ענגליש־ייִדיש ווערטערביכל איז אַ טערמינאָלאָגישע אויסגאַבע וואָס איז כּולל אַ היפּשן וואָקאַבולאַר פֿון עטלעכע תּחומען: מענטשלעכע אַנאַטאָמיע, פֿיזיאָלאָגיע און פּאַטאָלאָגיע, אָבסטעטריק, שפּיל און היים, קינדער־פּסיכאָלאָגיע, פּעדאַגאָגיק פון פֿריִיִקע קינדער־יאָרן און אַנדערע. דאָס ווערטערביכל איז אָריענטירט אויף ייִדיש־לינגוויסטן, ־לערערס, ־תּלמידים, ־ליבהאָבערס און יונגע פּאָרלעך וואָס טראַכטן און רעדן אויף ייִדיש וועגן זייערע קומעדיקע אָדער שוין פֿאַראַנענע משפּחות.





