נײַע ייִדישע ליטעראַטור — אויפֿן שוועל

שבֿע צוקער, רעדאַקטאָר, 2013


נײַע ייִדישע ליטעראַטור — אויפֿן שוועל נומ’ 358–359 איז אַ ספּעציעלער ליטעראַרישער נומער אין בוכפֿאָרמאַט. דער באַנד איז אין גאַנצן אָפּגעגעבן דער הײַנטצײַטיקער ייִדיש־ליטעראַטור. די שרײַבערס שטעלן מיט זיך פֿאָר די ברײטע גרענעצן פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער װעלט. זײ װױנען אױף פֿיר קאָנטינענטן און אין זיבן לענדער. ס’רובֿ זײַנען געבוירן געוואָרן נאָך דעם חורבן. די ייִנגסטע זײַנען אוניװערסיטעט־סטודענטן, און די עלטסטע — בכּבֿודיקע, אָנערקענטע שרײַבערס שוין אַריבער די נײַנציק. הײסט עס, אַז ס‘איז דאָ סײַ אַ המשך סײַ אַ המשכדיקײט.

די שאַפֿונגען דאָ זײַנען אױך פֿון אַ ברײטן פֿאַרנעם און פֿון אַ סך זשאַנערס: פּאָעזיע —– פֿון באַלאַדע ביז פֿרײַע פֿערזן, דערצײלונגען, פּיעסעס און זכרונות. די טעמאַטיק איז אױך אַ װײַטגרײכיקע. מיר האָבן די שטענדיקע טעמעס פֿון דער אַלגעמיינער ליטעראַטור: די ליבע, דער טױט, דאָס אינערלעכע געראַנגל; װי אױך פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור בפֿרט, למשל, דאָס ייִדישע לעבן פֿאַרן חורבן און דאָס װידער קומען צום לעבן נאָכן חורבן. אָבער מיר האָבן דאָ אויך אַ צאָל טעמעס װאָס מע טרעפֿט זעלטן אין דער ייִדישער ליטעראַטור: עמיל קאַלינס דערצײלונג „פֿינף מינוט אין צימער 204“ דערצײלט װעגן אַ ייִדישן קאָמוניסט אין רומעניע װאָס האָט אַוועקגעגעבן זײַן נשמה און זײַן ייִדישן נאָמען כּדי צו קענען הויך אַרױפֿקלעטערן אין דער פּאַרטײ־היעראַרכיע. שלום בערגערס “„אַ מעשׂה פֿון דער געשיכטע“” איז גיכער אַ מעשׂה פֿון דער צוקונפֿט װי פֿון דער געשיכטע װײַל זי באַהאַנדלט די קאָמפּליצירטע מאָראַלישע פּלאָנטערנישן װאָס די װיסנשאַפֿט און די טעכנאָלאָגיע זײַנען גורם. דניאל גלאַיס שפּיל שאלות־תּשובֿות פֿאַרנעמט זיך מיט אַ זעלטענעם אָפּטימיזם מיט דער הײַנטצײַטיקער ישׂראל־טעמאַטיק פֿון די קאָנפֿליקטן צװישן חרדים און פֿרײַע.


וועגן דער אויסגאַבע

נײַע ייִדישע ליטעראַטור, אויפֿן שוועל נומ׳ 358–359, ניו־יאָרק: ייִדיש־ליגע, 2013

New Yiddish Literature — Afn Shvel #358-359, New York, League for Yiddish, 2013


נאָך ביכער