דער אײנהײטלעכער ייִדישער אױסלײג

מרדכי שעכטער, 1999


דער איינהייטלעכער ייִדישער אויסלייג באַשטייט פֿון צוויי טיילן: די תּקנות פֿון ייִדישן אויסלייג (זעקסטער אַרויסקום) און „פֿון פֿאָלקשפּראַך צו קולטורשפּראַך: אַן איבערבליק איבער דער היסטאָריע פֿונעם איינהייטלעכן ייִדישן אויסלייג“.

די תּקנות צו דער אָרטאָגראַפֿיע זענען די וואָס מע לערנט אין דער אַקאַדעמישער וועלט און וואָס מע ניצט אין ס‘רובֿ ליטעראַטור־ און קולטור־פּובליקאַציעס. זיי זענען אויסגעאַרבעט געוואָרן דורך דער פֿילאָלאָגישער סעקציע פֿון ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט — ייִוואָ און אָנגענומען געוואָרן אויפֿן פּלענום פֿון ייִוואָ, דעם 3טן אָקטאָבער 1934. שינויים זענען אַרײַנגעטראָגן און אָנגענומען געוואָרן אין 1936. דעם איצטיקן, זעקסטן אַרויסקום פֿון די תּקנות האָט מען, אויפֿן סמך פֿון פֿריִערדיקע, פֿאַרשענערט און קלערער געמאַכט, ווי אויך באַרײַכערט מיט דער מאָנאָגראַפֿיע „פֿון פֿאָלקשפּראַך צו קולטורשפּראַך“, פֿונעם אָנגעזעענעם פֿאָרשער פֿון ייִדיש ד”ר מרדכי שעכטער. שעכטערס באַלערנדיקע און גרונטיקע שטודיע אַנטפּלעקט אַז דאָס קענען די געשיכטע פֿון די תּקנות פֿאַרברייטערט די פּערספּעקטיוו אויף אַ סך אַנדערע ענינים וואָס זײַנען שייך צום ייִדישן קולטורעלן און נאַציאָנאַלן אינטערעס.


וועגן דער אויסגאַבע

ייִדיש צוויי: אַ לערנבוך פֿאַר מיטנדיקע און ווײַטהאַלטערס.
Mordkhe Schaechter, Yidish tsvey: A lernbukh far mitndike un vaythalters/Yiddish II: An Intermediate and Advanced Textbook (New York: Yiddish Language Resource Center of the League for Yiddish, 2003), 584 pp. [softcover: ISBN: 1-878775-13-8].
(NOTE: the hardcover edition with ISBN 1-878775-12-x is no longer in print.)


נאָך ביכער