צו 80 יאָר אויפֿן שוועל, 1941–2021
80th Anniversary of Afn Shvel, 1941–2021


אונדזער נומער לכּבֿוד זיך אַליין — אָפּצומערקן דעם קײַלעכדיקן יובֿל פֿון 80 יאָר ייִדיש־מלאָכה אויף די זײַטן פֿון אויפֿן שוועל! לייענט וועגן די סאַמע אָנהייבן, וועגן די אויפֿטוען אַרום דעם ייִדיש וואָרט אין היסטאָריש גאָר אָנגעלאָדענע און געשפּאַנטע תּקופֿות און אַזש ביזן 21סטן יאָרהונדערט; לייענט אַן אַרומנעמיקן אַרטיקל וועגן דער באַליבטער רעדאַקטאָרשע שבֿע צוקערן, ווי אויך אַ פּאָר פֿאָרש־אַרטיקלען וועגן אַנדערע פֿריִערדיקע טרעגערס פֿונעם ייִדישן וואָרט ווי, למשל, דער האַמבורגער ייִדישיסט שלמה בירנבוים אָדער די ייִוואָ־מיטאַרבעטער אינעם ווילנער געטאָ.


נאָך נומערן