
דער נומער ברענגט אַ גאַמע קוריאָזן אַרום ייִדיש אין דרום־אַמעריקע, מיט אַ טראָפּ אויף פֿאַרשיידענע תּקופֿות און טעמעס פֿאַרבונדן מיט ייִדיש אין אַרגענטינע. באַזונדערש קענט איר זיך דערוויסן אַ סך וועגן דעם ייִדיש־טעאַטער אין בוענאָס־אײַרעס און, להבֿדיל, דעם באַרימטן לערער־סעמינאַר וווּ עס האָבן זיך אויסגעשולט אַ ריי ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן וואָס שמען הײַנט איבער דער גאָרער וועלט.




