
„ווען האָט ייִדיש עמיגרירט קיין פֿינלאַנד?״, „צי האָט סעלמאַ לאַגערלעף געקענט ייִדיש?״, „ווי הייסן די שוועדישע כּמעט־דזשיגאַן־און־שומאַכער?״, „זינט ווען איז ייִדיש אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעטן־שפּראַך אין שוועדן?״, „וואָסערע קאָנסעקווענצן האָט דאָס און וואָסערע מעגלעכקייטן שאַפֿט דאָס?״, „וואָס זײַנען קונציקע שוועדיש־ייִדישע נײַשאַפֿונגען, וואָס איר קענט זען אָנלײַן?״, „וויפֿל ייִדיש־ביכער פּובליקירט מען הײַנט נישט ווײַט פֿון לונד?״ און „וווּ זשע איז לונד, גאָטעניו?!״ — אויף די און נאָך אַ סך אַנדערע מעגלעכע פֿראַגעס וועט איר געפֿינען פֿילקאָליריקע ענטפֿערס אין אונדזער שוועדיש־סקאַנדינאַווישן נומער, מיט וועלכן מיר חתמענען דאָס יאָר 2024!




