אונדזערע לייענערס נעמען די פֿעדער אין האַנט
Our Readers Take Up Their Pens


טײַערע ייִדיש־ליבהאָבערס,

וואָס איר וועט לייענען אין דעם איצטיקן נײַעם נומער איז אָנגעשריבן געוואָרן פֿון אײַערס גלײַכן — פֿון פֿאַרשיידענע געטרײַע לייענערס. צווישן זיי געפֿינען זיך אַזעלכע וואָס זײַנען מער געניט אין דער שרײַב־מלאָכה און אַנדערע וועמען עס קומט אויס צו ווערן מחברים צום סאַמע ערשטן מאָל. אַ כּבֿוד אַ ביסל פֿאַרן זשורנאַל!

טאָ כאַפּט אַ קוק אין די אַרטיקלען און אַרטיקעלעך, זכרונות און מעשׂיות אָדער רעצענזיעס וועגן אַנדערע שאַפֿונגען, קורצע, ערנצטע און אַפֿילו טראַגישע, עקספּערימענטאַלע און אַוודאי אויך אַזוינע וואָס וועלן אַרויסרופֿן אַ שמייכעלע אָדער אַזש אַ גוט געלעכטער.

ס׳איז דאָ פֿאַר אַלעמען פֿון וואָס צו נאַשן און דאָס נאַשוואַרג קומט פֿון אַ סך ערטער. בקיצור: דאָס ייִדישע וואָרט בלײַבט אַקטיוו אין אַלע לענדער און איבער אַלע ימען. ‬


נאָך נומערן