אַ שמועס מיט ד”ר מרים טרין, שעף־רעדאַקטאָרשע פֿונעם זשורנאַל -אויפֿן שוועל
A Conversation With Dr. Miriam Trinh, Editor-in-Chief of the Journal “Afn Shvel”
- דעם 18טן סעפּטעמבער 2022
- online
-
online
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט דער באַרימטער פֿאָרשערין, לערערקע, רעדאַקטאָרשע און קולטור־טוערין
ד"ר מרים טרין
מיר וועלן אַרומרעדן איר פֿאָרשאַרבעט, איר מעטאָד צום לערנען זיך ייִדיש, איר לערן־פּראָגראַם „יאָ – ייִדיש אָרט”. אויך וועלן מיר רעדן וועגן איר אַרבעט ווי די שעף־רעדאַקטאָרשע פֿונעם זשורנאַל פֿון דער ייִדיש־ליגע, „אויפֿן שוועל”, און אַ ביסל וועגן דער היסטאָריע פֿונעם דאָזיקן זשורנאַל.
זונטיק, דעם 18טן סעפּטעמבער 2022
מערבֿ־ברעג: 8:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 11:00 אין דער פֿרי
לאָנדאָן: 16:00
פּאַריז: 17:00
ישׂראל: 18:00
Join Zoom Meeting:
https://us06web.zoom.us/j/87278415195?pwd=TFVBSFcwRXJ0YWk2M0t5NFZtM2lNZz09
ד״ר מרים טרין איז געבוירן אין קראָקע (פּוילן), אויפֿגעוואַקסן אין דייַטשלאַנד, עולה געווען קיין ישׂראל.
זי האָט שטודירט פֿילאָסאָפֿיע און ייִדיש, געשריבן איר מאַגיסטער אין דער סאָרבאָן (פּאַריז), און איר דאָקטאָראַט – וועגן שפּראַכיקער פּאָעזיע אין די געטאָ און לאַגערן – אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. זינט 1999 לערנט זי ייִדיש און ייִדיש־ליטעראַטור אין אַ סך ערטער, צווישן זיי: פּאַריז, אָקספֿאָרד, שטראַסבורג, טריִער, ווילנע, ירושלים, תּל־אָבֿיבֿ און ניו־יאָרק. אין 2013–2015 איז זי געווען אַ פּאָסט-דאָקטאָראַנטקע אין דזשאָנס־האָפּקינס־אוניווערסיטעט אין באַלטימאָר. אירע פֿאָרש־אינטערעסן זײַנען די חורבן־ליטעראַטור, דער עיקר אויף ייִדיש, און די ליטעראַרישע רעאַקציע צווישן אייראָפּעיִשע ייִדן אויפֿן אויפֿקום פֿון נאַציזם.
מרים איז די שעף־רעדאַקטאָרשע פֿון אונזער זשורנאל „אויפֿן שוועל”.
* * *
- דעם 18טן סעפּטעמבער 2022
- online