עליע פּאַלעווסקי: אַ לעבן אויף ייִדיש
Elye Palevsky: Living in Yiddish and Yiddish Activism
- דעם 21סטן מײַ 2023
- online
-
online
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט דעם געטרײַען בונדיסט און ייִדיש־קולטור־טוער
עליע פּאַלעווסקי
מיר וועלן רעדן וועגן זײַן משפּחהס געשיכטע אין ליטע און דערנאָך אין אַמעריקע, וואָס דאָס הייסט אויסוואַקסן אין אַ בונדישער שטוב, וואָס דאָס באַטײַט זײַן אַ בונדיסט בײַם הײַנטיקן טאָג, און וואָס ער טראַכט וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער באַוועגונג. מיר וועלן אויך אַרומשמועסן זײַנע פֿאַרשידענע ראָלעס אין ייִדישע אָרגאַניזאַציעס דורך די יאָרן.
זונטיק, דעם 21סטן מײַ 2023
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
עליע פּאַלעווסקי איז געבוירן געוואָרן אין ניו־יאָרק בײַ אַ חשובֿער, בונדישער משפּחה פֿון דער ליטע. ער איז אַקטיוו שוין צענדליקער יאָרן אין פֿאַרשידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין ניו־יאָרק, צווישן זיי: ווי אַ קולטור־דירעקטאָר אינעם אַמאָליקן קעמפּ המשך (נ״י); אַ מיטגליד פֿון דער עקזעקוטיווע בײַ דער ייִדיש־ליגע און נאָך. ער האָט געלערנט ייִדישע שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אינעם „ייִדיש־אינסטיטוט” (ווילנער אוניווערסיטעט), קווינסער קאַלעדזש (נ״י), און אַרבעטער־רינג־ און שלום־עליכם־שולן.
- דעם 21סטן מײַ 2023
- online