פֿיליפּ שוואַרץ: הײַנטצײַטיקע ייִדישיזם, מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן און נאָך
Philip Schwartz: Contemporary Yiddishism, Eastern European Jews and More
- דעם 21סטן פֿעברואַר 2023
- online
-
online
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיטן פֿאָרשער, זשורנאַליסט און ייִדיש־לערער
פֿיליפּ שוואַרץ
מיר וועלן אַרומרעדן די טעמעס ייִדיש אין מיזרח־אייראָפּע, בפֿרט פּוילן און פּוילישע ייִדן; וואָס דאָס הייסט זײַן אַ הײַנטצײַטיקער ייִדישיסט אין מיזרח־אייראָפּע; נעאָ־חסידיזם און וווּ מען קען אַזוינס טרעפֿן אין דער ליטעראַטור; און ייִדיש־זשורנאַליזם און ־לערערײַ.
דינסטיק, דעם 21סטן פֿעברואַר 2023
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
https://us06web.zoom.us/j/83342194838?pwd=dTloQjhwUlFRSjNCTmJ3TmxScHFIUT09
פֿיליפּ שוואַרץ איז געבוירן געוואָרן אין דײַטשלאַנד. ער האָט שטודירט סלאַווישע לינגוויסטיק, מיזרח־אייראָפּעיִשע געשיכטע, און חורבן־לימודים. ער האָט פֿאַרענדיקט זײַן מאַגיסטער אין יודאַיִסטיק בײַם ברעסלער (װראָצלאַװער) אוניווערסיטעט, און איז איצט אַ דאָקטאָראַט־סטודענט פֿון ייִדיש־ליטעראַטור. זײַנע פֿאָרש־אינטערעסן נעמען אַרײַן די נעאָ־חסידישע ליטעראַטור און סאָוועטישע ייִדישע קולטור. פֿיליפּ שרײַבט אַ סך פֿאַר פֿאַרשידענע זשורנאַלן און צײַטונגען, צווישן זיי: פֿאָרווערטס, אויפֿן שוועל, ייִדישלאַנד און נאָך. פֿיליפּ איז אויך אַ ייִדיש־לערער בײַם ייִוואָ.
* * *
- דעם 21סטן פֿעברואַר 2023
- online