העווי־מעטאַל אויף ייִדיש
Heavy Metal in Yiddish
- דעם 18טן יולי 2022
- online
-
online
„ייִדיש הײַנט” – ייִדיש אין הײַנטצײַטיקער קולטור
קומט אויף אַ זומישן רעפֿעראַט מיט דער פֿאָרשערין
פּראָפֿ’ לילי קאַהן
העווי־מעטאַל אויף ייִדיש: אַ פֿאַרמלחמהדיקע מוזיקאַלישע טראַדיציע אין אַ נײַעם לבֿוש
מע וואָלט געקערט מיינען אַז מעטאַל־מוזיק האָט זייער ווייניק צו טאָן מיט ייִדן און מיט דער ייִדישער שפּראַך. עס זענען אָבער דאָ צווײ מוזיקאַלישע גרופּעס אויף דער וועלט — „געוואָלט”, באַזירט אין מדינת־ישׂראל, און „דיבוקים”, באַזירט אין שוועדן — וואָס שאַפֿן מעטאַל־מוזיק אין גאַנצן אויף מאַמע־לשון. אין אָט דעם רעפֿעראַט וועט מען אַנאַליזירן די פֿאַרבינדונג צווישן מעטאַל־מוזיק און דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און אַנטדעקן ווי אַזוי די דאָזיקע מוזיקערס העלפֿן ייִדן פֿון אַן אַשכּנזישן אָפּשטאַם פֿאַרטיפֿן זייער ייִדישע אידענטיטעט און דערטאַפּן די ייִדישע שפּראַך און מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון פֿאַרן חורבן.
מאָנטיק, דעם 18טן יולי 2022
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
Join Zoom Meetinghttps://ucl.zoom.us/j/95605702299Meeting ID: 956 0570 2299If there’s a problem contact us at info@leagueforyiddish.org
פּראָפֿ’ לילי קאַהן איז אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿון לשון־קודש און ייִדישע שפּראַכן אין אָפּטייל פֿון ייִדישע לימודים בײַם „יוניווערסיטי קאַלעדזש לאָנדאָן”. זי איז די מחברטע פֿון לערנביכל “Colloquial Yiddish” און איז אַ מיטגליד פֿון אַ פֿאָרשגרופּע וואָס אַרבעט אויף די לינגוויסטישע אַספּעקטן פֿון ייִדיש אין דער חסידישער וועלט.
- דעם 18טן יולי 2022
- online