אַ מעשׂה אָן אַן עק! פֿאָלקס־מעשׂיות, לעגענדעס און חסידישע דערציילונגען
A Tale Without an End! Folktales, Legends, and Hasidic Stories
- דעם 3טן מײַ 2026
- online
-
online
אַ מעשׂה אָן אַן עק!
פֿאָלקס־מעשׂיות, לעגענדעס און חסידישע דערציילונגען
קומט אויף אַ זומישן שמועס און באַקענט זיך מיט
פּראָפֿ׳ יעקבֿ ירון לואיס
צווישן טראַדיציע און פֿאַנטאַזיע, פֿאָלקלאָר און אמונה, האָבן ייִדישע מעשׂיות זיך אַנטוויקלט אין פֿאַרשיידענע אופֿנים. אין דעם שמועס וועלן מיר וואַנדערן אין אַ וועלט פֿון פֿאָלקס־מעשׂיות, לעגענדעס, מדרשים און חסידישע דערציילונגען וואָס האָבן נאָך אַלץ אַ שטאַרקן כּוח און ווערן באַנײַט ביזן הײַנטיקן טאָג.
זונטיק, דעם 3טן מײַ 2026/ט״ז אייר תּשפּ״ו
מערבֿ־ברעג: 10:30 אין דער פֿרי
וויניפּעג: 12:30 נאָך מיטאָג
מיזרח־ברעג: 1:30 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:30
פּאַריז: 19:30
ישׂראל: 20:30
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
יעקב (דזשאָסטין) ירון לואיס איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רעליגיע אין מאַניטאָבער אוניווערסיטעט, וויניפּעג. פֿריִער האָט ער געדינט ווי אַ רבֿ אין קינגסטאָן, אָנטאַריאָ. זײַן אַרבעט נעמט אַרײַן חסידות, ייִדישע ליטעראַטור, פֿאָלקלאָר, רעליגיע און סעקסואַליטעט. ער איז דער מחבר פֿון Imagining Holiness: Classic Hasidic Tales in Modern Times און דער איבערזעצער פֿון Many Pious Women, שבֿחים פֿון ייִדישע פֿרויען געשריבן אויף ייִדיש אין רענעסאַנס-איטאַליע, און האָט ברייט פּובליקירט וועגן חסידישע מעשׂיות און די פֿאַרבונדענע ספֿערן פֿון ייִדישער קולטור און געדאַנק.
- דעם 3טן מײַ 2026
- online