ד״ר הערשל גלעזער: דער אָנהייב פֿון ייִדיש
Dr. Paul Glasser: The Beginnings of Yiddish
- דעם 20סטן יוני 2023
- online
-
online
דער אָנהייב פֿון ייִדיש
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט דעם באַקאַנטן פֿאָרשער
ד״ר הערשל גלעזער
מיר וועלן רעדן וועגן דער פֿריסטער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש; די פֿאַרשידענע שיטות בנוגע דעם שורש פֿון אונדזער שפּראַך, און די ערשטע מקורים [צו דעם]. מיר וועלן אויך אַרומרעדן ד״ר מאַקס ווײַנרײַכס טעאָריע [לגבי דעם] וואָס איז אָנגענומען געוואָרן דורך ס׳רובֿ פֿאָרשערס, און וועגן זײַן ראָלע בײַם רעדאַקטירן מאַקס ווײַנרײַכס איבערגעזעצט בוך “History of the Yiddish Language”.
דינסטיק, דעם 20סטן יוני 2023
מערבֿ־ברעג: 7:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
לאָנדאָן: 15:00
פּאַריז: 16:00
ישׂראל: 17:00
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
ד״ר הערשל גלעזער איז געבוירן געוואָרן אין 1957 אין ברוקלין, ניו יאָרק. ער איז אַ חשובֿער ייִדישער לינגוויסט, לערער און איבערזעצער, און דער מיט־שעף־רעדאַקטאָר פֿונעם אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך. ער איז אַ מיטגליד פֿון דער עקזעקוטיװע בײַ דער ייִדיש־ליגע און אַ לאַנגיאָריקער טוער פֿאַר ייִדיש.
* * *
- דעם 20סטן יוני 2023
- online