שלום־עליכם — מאָטל פּייסע דעם חזנס

שבֿע צוקער און חנה גאַווענדאַ, 2017


שלום־עליכמס קלאַסיש ווערק מאָטל פּייסע דעם חזנס (פֿאַרקירצט און באַאַרבעט פֿאַר סטודענטן מיט געניטונגען, גלאָסאַרן און אַ קלאַנג־רעקאָרדירונג), רעדאַקטירט פֿון שבֿע צוקער און חנה גאַווענדאַ, איז געצילט און צוגעפּאַסט צו הײַנטיקע ייִדיש־סטודענטן און איז אַן אויסערגעוויינטלעכער לערן־מכשיר.

דער טעקסט איז כּולל אַכט קאַפּיטלעך, אײַנגעטײלט אויף קלענערע קאַפּיטעלעך, גאַנץ אָפֿט אין עפּעס אַ געקירצטער און פֿאַרגרינגערטער פֿאָרעם אָבער נאָך אַלץ מיטן טעם און חן פֿונעם מקור. יעדעס קאַפּיטעלע האָט אַ גלאָסאַר און צום סוף פֿונעם ביכל געפֿינט זיך אויך אַן אַלגעמיינער גלאָסאַר. דערצו ווערט יעדעס קאַפּיטעלע באַלייט פֿון געניטונגען און אַ סך ווערן אויך באַלייט פֿון אילוסטראַציעס פֿון פֿאַרשיידענע קינסטלערס. די קלאַנג־רעקאָרדירונג פֿונעם גאַנצן טעקסט (צו באַקומען אָדער אין קאָמפּאַקטל־פֿאָרמאַט, אָדער אין אַ שליסלדיסק, אָדער צום קויפֿן באַזונדער ווי אַ דירעקטן אַראָפּלאָד פֿון דער בענדקעמפּ־לינק װערט פֿאָרגעלייענט פֿון שבֿע צוקער.

  די קלאַנג־רעקאָרדירונגען פֿון יעדן קאַפּיטעלע, פֿאָרגעלייענט פֿון שבֿה צוקער, קען מען קויפֿן פֿון אונזער בענדקעמפּ לינק.


וועגן דער אויסגאַבע

מאָטל פּייסע דעם חזנס (פֿאַרקירצט און באַאַרבעט פֿאַר סטודענטן מיט געניטונגען, גלאָסאַרן און קלאַנג־רעקאָרדירונג).
Sholem Aleichem, Motl Peyse dem khazns (Motl the Cantor’s Son, abridged and adapted for students with exercises, glossary and audio recording), edited by Sheva Zucker and Anne Gawenda, in Yiddish (New York: League for Yiddish/Elsternwick, Australia: Sholem Aleichem College, 2017), 256 pages, plus 2 CDs or 1 flash drive, softcover, ISBN 978-1-878775-20-7.


נאָך ביכער