Book Cover: Pathways: Seven Short Stories by I. L. Peretz

אויפֿן וועג: זיבן דערציילונגען פֿון י.-ל. פּרץ

משהלע אַלפֿאָנסאָ (רעד׳), 2025


דאָס ביכל אויפֿן װעג: זיבן דערציילונגען פֿון י.־ל. פּרץ באַשטייט פֿון זיבן קלאַסישע דערציילונגען פֿון דעם גרויסן שרײַבער י־.ל פּרץ, פֿאַרקירצט און באַאַרבעט פֿון משהלע אַלפֿאָנסאָ פֿאַר ייִדיש־סטודענטן.

אויפֿן וועג איז כּולל אַ זײַט־בײַ־זײַטיקן גלאָסאַר, שמועס־פֿראַגעס און קלאַנג־רעקאָרדירונגען. די יחיד־במינודיקע זאַמלונג, רעדאַקטירט פֿון גיטל שעכטער־װישנאַװאַט, איז אַ ריזיקער צושטײַער צו די לערן־מיטלען פֿאַר הײַנטצײַטיקע ייִדיש־סטודענטן און סתּם ליבהאָבערס פֿון ייִדיש. די באַאַרבעטע פּרץ־דערציילונגען גיבן דעם לייענער אַ צוטריט צו דער סאַמע סמעטענע פֿון דער ייִדיש־ליטעראַטור, נאָר אויף אַזאַ אופֿן אַז אַפֿילו װײַטערע אָנהייבערס קענען עס פֿאַרשטיין און געניסן פֿון דעם.

יעדע דערציילונג װערט צעטיילט אין קאַפּיטעלעך און בײַם סוף פֿון יעדן קאַפּיטעלע געפֿינען זיך שמועס־פֿראַגעס. איין אייגנשאַפֿט װאָס מאַכט דאָס ביכל אַזוי ניצלעך פֿאַר סטודענטן איז דער זײַט־בײַ־זײַטיקער גלאָסאַר: אַלע שװערערע װערטער און אויסדרוקן װערן געדרוקט מיט פֿעטע אותיות; לעבן דעם ייִדיש־טעקסט געפֿינט זיך אַ גלאָסאַר מיט די טײַטשן און, אין געװיסע פֿאַלן, אויכעט דעם אַרויסרעד. כּדי צוצוגעבן נאָך מער חן די דערציילונגען, װערט יעדע איינע באַגלייט פֿון אַ פּרעכטיק בילד פֿון דעם טאַלאַנטירטן קינסטלער ייִדל בלום.


וועגן דער אויסגאַבע

אויפֿן וועג: זיבן דערציילונגען פֿון י.־ל. פּרץ.

Afn veg: Zibn dertseylungen fun Y.-L. Perets/Pathways: Seven Stories by I. L. Peretz (New York: League for Yiddish, 2025), 102 pages, plus audio recordings, ISBN 978-1-878775-900-9.


נאָך ביכער