יאָני פֿײַן: מיט פּען און פּענדזל
פֿילם־באַשרײַבונג
מיר ווייסן נאָר פֿון געציילטע קינסטלערס וואָס קענען אויסדריקן מיט אַזאַ עמאָציאָנעלער אינטענסיווקייט און סענסיטיווקייט די טראַגעדיע וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט. יאָני פֿײַן געפֿינט זיך צווישן די זעלטענע אויסנעמען. אַלץ וואָס דער מאָלער האָט איבערגעלעבט אין די טעג פֿון לײַדן און פּליטה וואָס האָט אים פֿאַרטראָגן ביזן אַנדערן עק וועלט געפֿינט זיך אין זײַן מאָלן און צייכענען. זײַנע בילדער האָבן דעם גיכן כּוח פֿון זײַנע טעמעס. אַזוי ווי דאָס לעבן האָט אים אַטאַקירט און צעטרייסלט, אַזוי אַטאַקירט ער מיט זײַן פּענדזל די קאַנווע.
— דיעגאָ ריוועראַאַן אויסערגעוויינטלעכע לעבנס־געשיכטע דערציילט פֿון אַן אויסערגעוויינטלעכן מענטש אין אַ שיינער, בילדערישער שפּראַך.
— יעווגעני קיסין
יאָני פֿײַנס לעבן האָט פֿאַרקערפּערט סײַ דעם אָפּטימיזם סײַ דעם טעראָר פֿון זײַן יאָרהונדערט. ער האָט, ווי ער אַליין האָט אָפֿט געזאָגט, געלעבט מיט דער געשיכטע, מיט די גרויסע האָפֿענונגען און אַנטוישונגען פֿון זײַנע צײַטן. דאָס לעבן האָט אים געפֿירט אין אַ סך ערטער — קאַמעניץ, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן און איז ייִנגלווײַז אַרומגעלאָפֿן הפֿקר אין די גאַסן בשעת דער בירגערקריג; ווילנע מיט אירע קינסטלערס, פּאָעטן, בונדיסטן און פּאָליטישע דעמאָנסטראַציעס; שאַנכײַ, פֿרעמד און עקזאָטיש, וואָס האָט געדינט ווי אַ מקום־מיקלט בשעתן חורבן; די שטאָט מעקסיקע מיט אירע אימפּאָזאַנטע וואַנטגעמעלן און — ייִדישע שולן, וווּ די געוועזענע סטודענטן געדענקען אים נאָך עד־היום; און, סוף־כּל־סוף, די שטאָט ניו־יאָרק, וווּ ער האָט אַזוי פֿיל צוגעטראָגן צום ייִדישן לעבן. זיי זײַנען אַלע אַ טייל פֿון דער קאַנווע אויף וועלכער יאָני פֿײַן האָט געשאַפֿן זײַנע בילדער, לידער און ּפּראָזע.
ניט נאָר איז פֿײַן געווען אַ קינסטלער און אַ שרײַבער, נאָר ער איז אויך געווען אַ וווּנדערלעכער דערציילער. אין דעם פֿילם רעדט ער וועגן אַלע תּקופֿות אין זײַן לעבן מיט פֿאַרשטענדעניש, הומאָר און חכמה.
דער פֿילם איז אַ פֿרײַער שמועס צווישן דעם אינטערוויויִרער שבֿע צוקער און יאָני פֿײַן, באַרײַכערט מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס, פֿײַנס קונסטווערק און מוזיק. דער אינטערוויו ווערט דורכגעפֿירט אין גאַנצן אויף ייִדיש מיט זייער פּינקטלעכע ענגלישע אונטערקעפּלעך.



