איטשע גאָלדבערג:
אויב ניט נאָך העכער
פֿילם־באַשרײַבונג
דער פֿילם איז 83 מינוט לאַנג. אינעם פֿילם דערצײלט דער 101־יאָריקער איטשע װעגן זײַן דערציִונג אין דער הײם און אין שול אין פּױלן און קאַנאַדע, זײַן אַרבעט װי אַ דערציִער און רעדאַקטאָר, און זײַנע מײנונגען װי אַ ליטעראַטור־קריטיקער.
ער רעדט זײער אָפֿן מיטן אינטערװיויִרער יודזשין אָרענשטײן (מעקגיל־ אוניװערסיטעט) װעגן די לינקע שולן װאָס ער האָט געהאָלפֿן שאַפֿן, און גיט אָפּ זײער אַן אױפֿריכטיקן דין־וחשבון פֿון זײערע מעלות און חסרונות. ער דערלאַנגט אױך זײער שאַרפֿע און ערנצטע אַרײַנבליקן אין דער ראָלע און צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין מאָדערנעם ייִדישן לעבן. צװישן אַנדערן דערצײלט איטשע װעגן אַ קאָנפֿליקט מיט דער באַװוּסטער אַנאַרכיסטקע עמאַ גאָלדמאַנען און דעם ,,אָפּכּשרן” אַ ייִדיש לײענביכל מיט אַ בילד פֿון לענינען! עס װאַקסט אַרױס אַ רײַך בילד פֿון דער װעלט פֿון אַ מענטש װאָס איז בײַגעװען אױף דער לװיה פֿון דעם גרױסן ייִדישן שרײַבער י.־ל. פּרץ מיט מער װי 90 יאָר צוריק, און איז געבליבן שאַפֿעריש, אינטעלעקטועל און פּאָליטיש אַקטיװ אין ייִדישע קרײַזן ביז זײַן טױט אין 2006, צו 102 יאָר.



