בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן: האַרבסטליד
Beyle Schaechter-Gottesman: Song of Autumn


ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן:
 האַרבסטליד


פֿילם־באַשרײַבונג

דער אינטערװיו מיט דער באַקאַנטער ייִדישער פּאָעטעסע, לידער־שרײַבערין, און זינגערין װערט דורכגעפֿירט פֿון דעם פֿאָלקלאָריסט/זשורנאַליסט איציק גאָטעסמאַן. דער פֿילם איז 72 מינוט לאַנג.
בײלע שעכטער־גאָטעסמאַנס נאָמען איז פֿאַרבונדן סײַ מיטן מאָדערנעם ייִדישן ליד און סײַ מיט דער צענטראַלער ראָלע װאָס זי האָט געשפּילט און שפּילט נאָך אַלץ בײַם אױפֿלעבן און אינספּירירן דעם אינטערעס אין ייִדישן ליד און פּאָעזיע צװישן אַ נײַעם דור קינסטלערס. אינעם פֿילם רעדט בײלע װעגן איר לעבן און שאַפֿערישן גאַנג: אירע קינדער־יאָרן אין דער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה פֿון טשערנעװיץ (דעמאָלט רומעניע) װי די טאָכטער פֿון אַ פֿײַנער פֿאָלקזינגערין און אַ לײַדנשאַפֿטלעכן ייִדישיסט, די מלחמה־יאָרן אין רומעניע, איר אַנטװיקלונג װי אַ מאָדערנער ייִדישער פּאָעט און לידער־שרײַבער אין ניו־יאָרק, און אירע געדאַנקען װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור און שאַפֿערישקײט. סע באַקומט זיך דערפֿון אַ פֿילפֿאַרביק בילד פֿון דער װעלט פֿון אַ פֿרױ װאָס האָט קינדװײַז רעציטירט פּאָעזיע פֿאַרן גרױסן משלים־שרײַבער אליעזר שטײנבאַרג, איז געװען אַ טײל פֿון אַ לעבעדיקער ייִדיש־סבֿיבֿה אין די בראָנקס, און איז דער אײנציקער ייִדישער פּאָעט װאָס זאָל װען אַ מאָל האָבן באַקומען די פּרעמיע פֿאַר נאַציאָנאַלער קולטור־ירושה בײַם לאַנדישן עולמות־פֿאָנד פֿאַר קונסט, די העכסטע אױסצײכענונג אין אַמעריקע פֿאַר דער פֿאָלקקונסט.
די הױכפּונקטן פֿון פֿילם נעמען אַרײַן בײלעס רעציטירן פֿון איר פּאָעזיע, װי אױך איר זינגען עטלעכע פֿון אירע אײגענע לידער, צװישן זײ די באַליבטע „מײַן חבֿרטע מינציע” און „ברוך־הבאָ דיר, חבֿר”.


ביאָגראַפֿיע

ביאָגראַפֿיע

ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן איז געבױרן געװאָרן אין װין אין 1920, אָבער די משפּחה איז אַריבער קײן טשערנעװיץ װען זי איז נאָך געװען אַ יונג מײדל. מײנענדיק אַז זי װיל װערן אַ מאָלערין איז זי אַװעק קײן װין שטודירן קונסט, אָבער האָט געמוזט צוריקקומען קײן טשערנעװיץ װען די דײַטשן זײַנען אַרײַן אין עסטרײַך אין 1938. אין 1941 האָט זי חתונה געהאַט מיט אַ מעדיצינישן דאָקטער, יונה גאָטעסמאַן, און זײ האָבן איבערגעלעבט די מלחמה אין טשערנעװיצער געטאָ צוזאַמען מיט דער מאַמען און עטלעכע אַנדערע פֿון דער משפּחה. זי, איר מאַן און טאָכטער האָבן זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק אין 1951.
שעכטער־גאָטעסמאַנס ערשט ביכל פּאָעזיע, מיר פֿאָרן, איז אַרױס אין 1963. איר לעצט ביכל דער צװיט פֿון טעג: לידער און צײכענונגען איז אַרױס אין 2007. אירע ביכלעך, סך־הכּל נײַן, נעמען אַרײַן פּאָעזיע פֿאַר דערװאַקסענע, קינדערביכלעך און זינגלידער. זי האָט רעקאָרדירט דרײַ קאָמפּאַקטלעך פֿון אירע לידער און אײן רעקאָרדירונג פֿון פֿאָלקסלידער. אַזעלכע זינגערס װי טעאָדאָר ביקעל, חנה קופּער, טערעזאַ טובֿה, לוצעט װאַן דען בערג, מיישקע אַלפּערט, לאָרין סקלאַמבערג, שאַראָן בערנשטײן און אַנדערע נעמען אַרײַן אירע לידער אין זײער רעפּערטואַר.


ד״ר איציק גאָטעסמאַן
ד״ר איציק גאָטעסמאַן

אינטערװיויִרער

ד״ר איציק גאָטעסמאַן איז אַ גאַסטפֿאָרשער בײַם טעקסאַסער אוניווערסיטעט אין אָסטין. ער האָט אַ דאָקטאָראַט אין פֿאָלקלאָר פֿונעם פּענסילווייניער אוניווערסיטעט און האָט שוין געלערנט ייִדיש סײַ אין פּענסילווייניער אוניווערסיטעט סײַ אין טעקסאַסער אוניווערסיטעט אין אָסטין. ער האַלט אין אויספּלאַנירן אַ וועבזײַט אויף צו מאַכן צוטריטלעך זײַנע 700 טאַשמע־רעקאָרדירונגען פֿון ייִדיש־קולטור אין שטאָט ניו־יאָרק. פֿון 2000 ביז 2013 איז ער געווען דער שטעל־פֿאַרטרעטער בײַם פֿאָרווערטס. ער איז דער מחבר פֿונעם ענגליש־שפּראַכיקן בוך „דאָס דעפֿינירן דאָס ייִדישע פֿאָלק: די ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין פּוילן“ (2003). זינט 2010 פֿירט ער אָן מיט אַ בלאָג „דאָס ייִדישע ליד פֿון דער וואָך“ (https://yiddishsong.wordpress.com) וואָס שטעלט אַפֿער רעקאָרדירונגען פֿון זעלטענע ייִדישע פֿאָלקסלידער.




דזשאַש װאַלעצקי
דזשאַש װאַלעצקי

רעזשיסאָר

דזשאַש װאַלעצקי, דער רעזשיסאָר און רעד‫אַקטאָר ‬ פֿון דער סעריע, האָט רעזשיסירט און רעדאַקטירט די פֿילמען Image Before My Eyes (אימאַזש פֿאַר מײַנע אױגן) און Partisans of Vilna (װילנער פּאַרטיזאַנערס), װי אױך רעדאַקטירט דעם „עמי“־פּרעמירטן פֿילם, Itzhak Perlman: In the Fiddler’s House (יצחק פּערלמאַן: בײַם פֿידלער אין הױז). צװישן אַנדערע אױסצײכענונגען האָט דזשאַש אױך געװוּנען דעם זילבערנעם דוקאַט אױפֿן מאַנהײַמער אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם־פֿעסטיװאַל פֿאַר אימאַזש, װי אױך דעם ערשטן פּריז אױפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם־פֿעסטיװאַל א”נ אַנטראָפּאָס פֿאַר פּאַרטיזאַנערס.


וועגן דער אויסגאַבע

בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן: האַרבסטליד.
Beyle Schaechter-Gottesman: Song of Autumn. Documentary. 72 minutes. Director: Joshua Waletzky. Interviewer: Itzik Gottesman. Executive Producer: Sheva Zucker. Available on DVD or VHS. A League for Yiddish Production, 2007.