געשיכטע פֿון דער פֿרײַלאַנד־ליגע און פֿונעם טעריטאָריאַליסטישן געדאַנק (2 בב’)

מיכאל אַסטור, 1967


די „פֿרײַלאַנד־ליגע פֿאַר דער ייִדישער טעריטאָריאַליסטישער קאָלאָניזאַציע”, פֿאַרלייגט אין יאָר 1935 ווי אַן אָפּרוף אויף דעם וואַקסנדיקן אייראָפּעישן אַנטיסעמיטיזם, האָט געשטרעבט צו געפֿינען אַ זיכערע היים אין אַ דעמאָקראַטישער מדינה וווּ ייִדיש וואָלט געוואָרן אַן אָפֿיציעלע שפּראַך. צום נעענטסטן צום ציל איז מען געווען מיט אויסטראַליע און סורינאַם (האָלענדישע גוויאַנע), כאָטש מען האָט גענומען אין באַטראַכט, צווישן אַנדערע, אויך די דאָמיניקאַנער רעפּובליק, די העברידעס (שאָטלאַנד) און אַלאַסקע.

די פּּרטימדיקע פֿאָרשונג שטעלט פֿאָר די געשיכטע פֿון דעם ייִדישן טעריטאָריאַליזם זינט זײַן ערשער סטאַדיע אין 1903 אָבער לייגט דעם טראָפּ אויף דער אידעאָלאָגיע און פּראָיעקטן פֿון דער „פֿרײַלאַנד־ליגע” אין זייער היסטאָרישן און קולטורעלן קאָנטעקסט. ס‘איז אַ פֿאַרכאַפּנדיק ווערק, אין גאַנצן אויף ייִדיש, וועגן דעם ווייניק באַקאַנטן קאַפּיטל אין דער ייִדישער געשיכטע.


וועגן דער אויסגאַבע

געשיכטע פֿון דער פֿרײַלאַנד־ליגע און פֿונעם טעריטאָריאַליסטישן געדאַנק (2 בב׳).
Mikhl Astour, Geshikhte fun der Frayland-lige un funem teritoryalistishn gedank/The History of the Freeland League and Territorialist Thought, 2 vols., in Yiddish (New York and Buenos Aires: Freeland League, 1967), vol. 1, 560 pp.; vol. 2, 372 pp. (Image  is of title page, not of book cover.)


נאָך ביכער