איך מוז דערציילן: לערנבוך פֿאַר ווײַטהאַלטערס באַזירט אויף דער זכרונות־ליטעראַטור – באַנד 1
שבֿע איטע צוקער, 2026
איך מוז דערציילן איז אַ נאָוואַטאָריש אַרומנעמיק לערנבוך פֿאַר מיטנדיק־ווײַטהאַלטער־ און ווײַטהאַלטער־ייִדיש־סטודענטן, באַזירט אויף דער זכרונות־ליטעראַטור. געשריבן דאָס בוך האָט ד״ר שבֿע צוקער, לאַנגיאָריקע ייִדיש־פּעדאַגאָגין און עמעריטירטע שעף־רעדאַקטאָרשע פֿונעם זשורנאַל אויפֿן שוועל.
אָט דער באַנד ברענגט דעם עולם אויטאָביאָגראַפֿישע אויסצוגן פֿון נײַן מחברים, אַרײַנגערעכנט די באַקאַנטע ייִדישע שרײַבערס קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און מלך ראַוויטש; די לעגענדאַרישע פֿאַרלייגערין פֿון די אָרטאָדאָקסישע בית־יעקבֿ־שולן פֿאַר מיידלעך שׂרה שענירער; ווי אויך ווייניקער באַקאַנטע פֿיגורן ווי, למשל, די זכרונות־שרײַבערס יחזקאל קאָטיק, הינדע בערגנער און פּועה ראַקאָווסקי, צווישן אַנדערע.
די אויטאָביאָגראַפֿישע געשיכטעס נעמען אַרײַן אַ ריי טעמעס וואָס שפּיגלען אָפּ דעם מחברס לעבנס־חכמה: עמיגראַציע, די פֿריִיִקע דערציִונג, חתונה האָבן (סײַ פֿונעם מאַנס סײַ פֿונעם פֿרויס קוקווינקל), גטן זיך, שפּאַנונגען צווישן דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן און אַסימילאַציע, פּאָליטישן אַקטיוויזים, דאָס ייִדיש־ליטעראַרישע לעבן און די ייִדישע וועלט אין איבערגאַנג.
יעדער קאַפּיטל איז כּולל גראַמאַטישע דערקלערונגען און געניטונגען וואָס ווערן אינטעגרירט מיט די לייען־מאַטעריאַלן, ווי אויך פּרטימדיקע גלאָסאַרן. קלאַנג־רעקאָרדירונגען פֿון יעדן אויטאָביאָגראַפֿישן אויסצוג (געלייענט פֿון שבֿע צוקער) וועלן זײַן צום באַקומען אויף בענדקעמפּ. דער לינק — אין גיכן.





