פֿון יענער זײַט שוועל…
שבֿע איטע צוקער, 2020
די עסײען צונױפֿגעזאַמלט אין דעם באַנד זאָגן עדות אױף זײער מחברס אױסערגעװײנטלעכער ענערגיע און לײַדנשאַפֿטלעכער איבערגעגעבנקײט דעם המשך פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. אָנגעשריבן אין אַ שפּראַך װאָס איז קלאָר און פֿול מיט הומאָר, הײבן זײ אַרױס די װיכטיקײט פֿון איר לעבנס־אַרבעט אינעם תּחום פֿון ייִדיש און זיי פּולסירן מיט אַ הײַנטצײַטיק, לעבעדיק לשון.
— קאַטרין העלערשטיין, ייִדיש־פּראָפֿעסאָר און דירעקטער פֿון דער פּראָגראַם אין ייִדישע לימודים, פּענסילווייניער אוניווערסיטעט
די זאַמלונג אַרטיקלען פֿון שבֿע צוקער דעקט פֿיר יאָרצענדלינג פֿון איר שרײַבן פֿאַרן אויפֿן שוועל, פֿון די 1980ער יאָרן ביז 2020. דאָס רובֿ עסייען שטאַמען פֿון די פֿופֿצן יאָר, 2005־2020, אין וועלכע זי האָט געדינט ווי דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון אויפֿן שוועל, דעם זשורנאַל פֿון דער ייִדיש־ליגע.
דער מחבר שרײַבט מיט לײַדנשאַפֿט, אײַנזעעניש און הומאָר אויף אַ ברייטער גאַמע טעמעס וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור. די עסײען אין דעם באַנד װערן אַראַנזשירט אין זעקס טײלן:
1. פּערזענלעכס
2. פֿון דעם רעדאַקטאָר
3. צום אַמאָל און הײַנט פֿון אונדזער אָרגאַניזאַציע
4. פֿון מײַן קולטורװעלט
5. געשטאַלטן
6. אינטערװיוען
הויכפּונקטן זײַנען כּולל אַרטיקלען וועגן הײַנטצײַטיקע ייִדישע שרײַבערס ווי ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, יאָני פֿײַן און יחיאל שרײַבמאַן, אַ באַשרײַבונג פֿון אַ נסיעה קיין ביראָבידזשאַן, דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אין דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און אַ טיף פּערזענלעכע עסיי וועגן דער געשיכטע און ירושה פֿון דער ייִדיש־וועלטלעכער שול־באַוועגעונג. לייענערס וואָס פֿאַראינטערעסירן זיך אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדיש־ליגע און איר פֿירגייער, דער פֿרײַלאַנד־ליגע פֿאַר דער ייִדישער טעריטאָריאַליסטישער קאָלאָניזאַציע, ווי אויך זייער אָרגאַן אויפֿן שוועל וועלן האַלטן אַ צאָל אַרטיקלען פֿאַר באַזונדער אינטערעסאַנט.
די הקדמה האָט געשריבן דער ליטעראַטור־קריטיקער קאַטרין העלערשטיין. די אַרטיקלען זײַנען רעפּראָדוצירט געוואָרן פֿון דעם זשורנאַל גופֿא און טראָגן דעם פּרעכטיקן דיזײַן פֿון אונדזער קינסטלערישן רעדאַקטאָר יאַנקל סאַלאַנט.
אַלע אַרטיקלען זײַנען אויף ייִדיש; די הקדמות פֿון העלערשטיין און דעם מחבר זײַנען סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף ענגליש.





