ייִדיש צװײ: אַ לערנבוך פֿאַר מיטנדיקע און װײַטהאַלטערס
מרדכי שעכטער, 2003
דאָס איז דער פֿערטער אַרויסקום פֿון ייִדיש צװײ: אַ לערנבוך פֿאַר מיטנדיקע און װײַטהאַלטערס פֿון ד”ר מרדכי שעכטער, פּאַסיק פֿאַר סטודענטן וואָס האָבן זיך כאָטש דרײַ זמנים געלערנט ייִדיש. ס׳איז געשריבן כּמעט אין גאַנצן אויף ייִדיש, און איז דאָס ערשטע ייִדיש־לערנבוך אויף אַ העכערער מדרגה אויף דער גאָרער וועלט וואָס גיט זיך אָפּ מיט די שוועריקייטן וואָס אויף זיי שטויסט זיך אָן דער דערוואַקסענער ענגליש־רעדנדיקער עולם.





