
„שינויים – מחיצות – גילגולים“ — אינעם דרײַפֿאַכיקן טיטל האָבן מיר געפּרוּווט אָפּשפּיגלען די פֿילפּנימדיקייט פֿונעם נומער. איר וועט דאָ זען, מיט וויפֿל פֿאַרשיידענע תּחומען און טעמעס ייִדיש־שאַפֿונג און ייִדיש־פֿאָרשונג האָט געהאַט צו טאָן דורך די יאָרן און יאָרצענדליקער און אויף ווי ווײַט מען האָט געפּרוּווט, און מען האַלט ווײַטער אין פּרוּוון, צו באַשרײַבן היסטאָרישע שינויים דווקא אויף ייִדיש — צי דאָס איז ליטעראַריש, צי אויף דער טעאַטער־בינע, צי גלאַט אין היימישע זכרונות. אין דעם דאָזיקן נומער איז דער לייענער אויך זוכה צו לייענען דעם סאַמע לעצטן אינטערוויו וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אויף ייִדיש מיט איינעם פֿון די לעצטע ייִדיש־פּאָעטן „פֿון דער אַלטער היים“ — רבֿקה באַסמאַן בן־חיים.




