לײַטיש מאַמע־לשון: אָבסערװאַציעס און רעקאָמענדאַציעס

מרדכי שעכטער, 1986


װאַריאַציעס פֿאַרמאָגט אַ שפּראַך אָן אַ שיעור: היסטאָרישע, געאָגראַפֿישע, סאָציאַלע, סטיליסטישע, טעמאַטישע. אַנדערש רעדט דער ייִד פֿון װאָלין און פּאָדאָליע, אַנדערש דער ייִד פֿון ליטע און רײַסן, צי פֿון קאָנגרעס־פּױלן און גאַליציע, צי פֿון טשעכײַ און אונגערן, פֿון ניו־יאָרק, אַנטװערפּן, ירושלים צי בוענאָס־אײַרעס. פֿאַראַן אַ לשון פֿונעם תּלמיד־חכם, פֿונעם בעל־מלאָכה, פֿון דער אונטערװעלט, פֿון דער פֿרױ, פֿונעם קינד.

— מרדכי שעכטער, לײַטיש מאַמע־לשון

אין לײַטיש מאַמע־לשון: אָבסערװאַציעס און רעקאָמענדאַציעס אַנטדעקט מרדכי שעכטער — אײנער פֿון די גרעסטע ייִדיש־לינגװיסטן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט — פֿאַרן לײענער די רײַכקײט פֿון דער ייִדישער שפּראַך. דאָס ביכל, אַ זאַמלונג פֿון זײַנע כּתבֿים בנוגע װערטער־ און װאַריאַנטן־אָפּקלײַב, טערמינאָלאָגיע, טאָפּאָנימיק און פּרינציפּן פֿון שפּראַך־נאָרמירונג, נעמט אַרײַן אַ גרױסן טײל פֿון זײַנע שפּראַך־נאָרמאַטיװע אַרבעטן און נאָטיצן, געדרוקטע אין פֿאַרשײדענע זשורנאַלן אױף פֿאַרשײדענע קאָנטינענטן װי, למשל, אױפֿן שװעל, די גאָלדענע קײט, דװקא, ייִדישע שפּראַך, װי אױך אַ היפּשע צאָל באַמערקונגען געדרוקטע אינעם ביכל צום ערשטן מאָל. דאָס ביכל װעט זײַן אַן אוצר פֿאַר אַ נײַעם דור ייִדיש־רעדערס און ־לײענערס.


וועגן דער אויסגאַבע

לײַטיש מאַמע־לשון: אָבסערוואַציעד און רעקאָמענדאַציעס.
Mordkhe Schaechter, Laytish mame-loshn: Observatsyes un rekomendatsyes (Authentic Yiddish: Observations and Recommendations), preface by Joshua A. Fishman, in Yiddish (New York: League for Yiddish, 1986; 2nd printing, 2009), 383 pages, ISBN 97 8-0-9724565-5-4.


נאָך ביכער